a regntog
אויף אַ הינטערגעסל אין קײמברידזש,
װײַט פֿונעם ים און טײַך,
האָב איך זיך געפֿונען אָן גאַלאָשן
אין װאַסער הױך װי אַ מבּול.
פֿון אַ האַלב-קאַפּוטן שירעם
האָב איך געמאַכט אַ גאַנדאָלאַ אַ קליינע
און זי גערודערט צו דיר׃
צום טורעם װוּ דו ביסט באַהיטן
װי אַ בּת מלכּה—אַ ראַפּונזל מיט װייניקער האָר.
און װאָס סע׳רעגנט מער װי פֿריער
מוז איך פֿאָרן גיכער און גיכער,
איידער דער קאַלטער װינט גנבֿעט מײַן היטל
און באַגיסט די אוקאַלעלע װאָס באַגלייט מיך שטענדיק
װײַל
װען דער זון שײַנט שײַנען מיר צוזאַמען
נאָר אין װעסנעצײַט זענען מיר צעשיידן
דורך רעגנטעג און אַלערגיעס
און מע דאַרף האָבן לידער כּדי צו דערמאָנען
אין װינטער
װען מע בלײַבט װאַרעם אין דער דירה
אונטער דרײַ קאָלדרעס,
מיט צװיי גלעסלעך טיי
און אַ לאָגל װײַן.